image3.jpg

נעמי פּראַווער קאַדאַרס ביאָגראַפֿיע

ד"ר נעמי פּראַווער קאַדאַר (1949–2010) איז געווען אַן אינספּירירנדיקע דערציִערין און פֿאָרשערין. עס האָט פֿון נעמין אַרויסגעשײַנט, מיט לײַכטנדיקער ענערגיע, די ליבע צו דער שיינקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

פֿאַר די פֿילצאָליקע סטודענטן וואָס האָבן זיך בײַ איר געלערנט איז אַליין דאָס געפֿינען זיך אין קלאַס מיט נעמין געווען אַן אומגעהײַערע מתּנה. איר קלאַס איז פֿאַר זיי געוואָרן אַ צווייטע היים, וואָס האָט זיי געשטאַרקט מיט אינספּיראַציע, אַרויסרוף און דערמוטיקונג זיך צוריק צו פֿאַרבינדן מיט זייער אייגענער ירושה. יעדער סטודענט איז, בײַם איבערטרעטן איר שוועל, אַרײַן אין אַ הייליקן רוים אָנגעפֿילט מיט נײַע ווערטער און וועלטן, שיינע לידער, באַטעמטע מעשׂיות, פֿאַרכאַפּנדיקע אַקטיוויטעטן און טיפֿע שמועסן; יעדע לעקציע איז געווען אַן איינמאָליקע איבערלעבונג. מיט אַן ענטוזיאַזם נישט אויסצושעפּן, אַפֿילו בשעת זי האָט זיך געראַנגלט מיט דער קרענק, האָט נעמי באַווירקט דעם לעבנסוועג פֿון הונדערטער סטודענטן פֿון יעדן עלטער.

אַ טאָכטער בײַ עלטערן ניצול־געוואָרענע פֿון חורבן, האָט נעמי גאָר פֿרי באַנומען די וויכטיקייט פֿון דער אַלגעמיין ייִדישער און בפֿרט פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור. נאָכן גראַדויִרן בײַם ניו־יאָרקער סיטי־קאָלעדזש, האָט זי באַשלאָסן אָנצוהייבן אַ נײַ לעבן אין ישׂראל, וווּ זי האָט חתונה געהאַט און געגרינדט אַ משפּחה. אין די פֿריִע 1970ער יאָרן האָט זי געקראָגן אַ לערער־דיפּלאָם פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

נעמי האָט פֿאַרברענגט אירע יאָרן אין ישׂראל לערנענדיק ענגליש ווי אַ צווייטע שפּראַך אַ ברייטער גאַמע סטודענטן פֿון אַלערליי אָפּשטאַם און הינטערגרונט – צוטרעפֿנדיק דערבײַ צו יעדן איינעמס באַדערפֿענישן און שטרעבונגען. נאָכן אומקערן זיך מיט דער משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט נעמי אַריבערגעפֿירט איר לערערישע פּראַקטיק אויפֿן תּחום פֿון ייִדיש, און איז שפּעטער באַשטימט געוואָרן פֿאַר דעם נאַציאָנאַלן דירעקטאָר פֿון די אַרבעטער־רינג־שולן. זי האָט זיך מיט איבערגעגעבנקייט אונטערגענומען צו שאַפֿן נײַע שולן, אַנטוויקלען לערן־פּראָגראַמען, אויסשולן לערערס, כּדי די קומענדיקע דורות זאָלן ווײַטער טראָגן אין האַרצן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור, וואָס זענען איר געווען אַזוי טײַער.

נישט געקוקט אויף אירע ברייטע פּראָפֿעסיאָנעלע התחײַבֿותן, האָט זי שטענדיק געפֿונען צײַט צו לערנען און אײַנצושטעלן באַציִונגען מיט אירע סטודענטן. זי האָט פֿאַרנומען לערן־פּאָסטנס בײַ אַזעלכע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס ווי דער קאָלומביע־אוניווערסיטעט און דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר. זומערצײַט האָט נעמי געלערנט אויף פֿאַרשיידענע זומערקורסן, אַרײַנגערעכנט די אוריאל ווײַנרײַך־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט און ייִוואָ; די זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש בײַם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בריסל; די זומער־פּראָגראַם בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וווּ זי איז געווען איינע פֿון די ערשטע מיטאַרבעטער.

נעמיס לײַדנשאַפֿטלעכע ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור האָט דערגרייכט איר הויכפּונקט מיטן דאָקטאָראַט אין ייִדישער ליטעראַטור וואָס זי האָט געקראָגן פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איר פֿאָרשונג האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן אין אַמעריקע צווישן 1917 און 1950.

ווי אַ ספּעציאַליסטקע אין דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור האָט נעמי פֿאָרגעשטעלט איר פֿאָרשונג אויף פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן, ווי למשל בײַ דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישע לימודים (AJS). זי איז געווען אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש בײַ דער געזעלשאַפֿט פֿאַר מאָדערנע שפּראַכן (MLA) און אַן אָפֿטע מיטאַרבעטערין אין דער אינטערנעץ־פּובליקאַציע Mendele Review: Yiddish Language and Literature. געציילטע חדשים פֿאַר איר פּטירה האָט נעמי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ וואָגיקן אַרטיקל אין אויפֿן שוועל. דער קאַמף קעגן ראַק האָט גאָרנישט געמינערט פֿון איר איבערגעגעבנקייט בײַם פֿאַרשפּרייטן שפּראַך־קענטעניש און געלערנטקייט אין דעם תּחום פֿון ייִדישער קולטור.

אין דער זעלבער תּקופֿה האָט נעמי נישט נאָר ווײַטער געפֿירט מיט קפּדנות אירע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, נאָר אויך באַוויזן צו פֿאַרטראַכטן, אײַנפֿירן און אַנטוויקלען אַ שפּאָגל נײַע לערן־פּראָגראַם אויף אינטערנעץ פֿאַר ענגליש ווי אַ צווייטע שפּראַך – BrainPOP ESL.

נעמיס השפּעה לאָזט זיך שטאַרק פֿילן, אויך נאָכן טויט, דורך דער דאָזיקער לעצטער שאַפֿונג. BrainPOP ESL גיט סטודענטן אַ פֿרײַען צוטריט זיך צו לערנען ענגליש אויף אַ פֿאַרווײַלנדיקן אופֿן, אַריבערברענגענדיק אַזוי אַרום די פֿרייד פֿון נעמיס קלאַסן צו סטודענטן איבער דער גאַנצער וועלט. נעמיס ליבשאַפֿט צו שפּראַך פֿינקלט אַרויס פֿון יעדן סטודענטס אויגן בשעת ער/זי צעלאַכט זיך מיט הנאה בײַם לערנען און דערגרייכן נײַע קענטענישן.

נעמיס זאָרג פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור האָט קיין מאָל נישט נאָכגעלאָזט, און זי האָט אויסגעלעבט יעדן טאָג באַזונדער אין פֿולער געטרײַשאַפֿט צו אירע אידעאַלן. זי איז געווען איבערגעגעבן מיט לײַב און לעבן צו דעם, וואָס איז איר געווען צום וויכטיקסטן: משפּחה, טראַדיציע, דערציִונג, זכּרון, ליבשאַפֿט צו ישׂראל און צו ייִדישקייט.

דעם 23סטן פֿעברואַר 2010 איז פֿון דער וועלט אַוועק אַן אויסנאַם פֿון אַ דערציִערין. נעמי, אַ באַשיידענע און נישט־דערשאַצטע פּערזענלעכקייט, באַווירקט ווײַטער און אינספּירירט סטודענטן און קאָלעגעס איבער גאָר דער וועלט, אויף אופֿנים וואָס וואָלטן איר אַליין קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן; נעמיס ירושה וועט ווײַטער לעבן אין אַ סך הערצער צווישן די קומענדיקע דורות.

די נעמי־פֿונדאַציע איז פֿאַרלייגט געוואָרן לזכר ד"ר נעמי פּראַווער קאַדאַר ז"ל.