image1.jpg

פּראָגראַם

 די זומער־פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אויפֿן קאַמפּוס פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט צווישן דעם 26טן יוני און דעם 21טן יולי 2016. די פּראָגראַם באָט אָן אַן אינטענסיוון ייִדיש־לימוד אויף פֿינף מדרגות. די שפּראַכלעקציעס וועלן דערגאַנצט ווערן דורך אַ נאָכמיטאָג־פּראָגראַם פֿון רעפֿעראַטן, שמועס־וואַרשטאַטן, טוריסטישע שפּאַצירן, ווי אויך קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אימפּרעזעס אין די אָוונטן.

דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך גאָר נישט ווײַט פֿון צענטער שטאָט און פֿון די תּל־אָבֿיבֿער פּלאַזשעס, איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישׂראל. ער פֿאַרמאָגט וויכטיקע רעסורסן אינעם תּחום פֿון ייִדישע לימודים, צווישן אַנדערע, דעם מוזיי פֿון בית־התּפֿוצות און די מרגליות־זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער. די סטודענטן קענען געניסן פֿון די פֿאַרשיידנסטע חנען פֿון דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ: מוזייען, קאַפֿעען, די באַוהאַוז־אַרכיטעקטור, די פּלאַזשע מיט דער פּראָמענאַדע, דער אַלטער האַפֿן, זומער־פֿעסטיוואַלן, און די צאָלרײַכע קלובן אין אָט דער מיטלענדישער שטאָט "וואָס רוט נישט קיין מאָל".

די אָנטייל־נעמער אין דער פּראָגראַם וועלן זײַן פֿאַרשריבן בײַ דער שול פֿאַר אויסלענדישע סטודענטן פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (TAU International), וואָס אירע צײַגענישן ווערן אָנערקענט איבער דער גאָרער וועלט. זיי וועלן מיטמאַכן 80 שעה שפּראַך־ און ליטעראַטור־לימוד (פֿיר אַקאַדעמישע פּונקטן), אין קליינע קלאַסן, מיט הויך־קוואַליפֿיצירטע און געניטע לערערס.

שפּראַך־לימוד אין דער פֿרי

די לעקציעס וועלן פֿאָרקומען צווישן 9.30 און 11.00, און צווישן 11.30 און 13.00, אויפֿן קאַמפּוס פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די אײַנטיילונג אין קלאַסן וועט באַשטימט ווערן אויפֿן סמך פֿון יעדן סטודענטס רעזולטאַטן בײַ אַ פֿאָרויסיקן אָפּשאַץ־עקזאַמען. דאָס בײַזײַן אויף די לעקציעס איז אַ מוז.

ייִדיש 1

ערשטע עלעמענטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך – שמועס, גראַמאַטיק, לייענען און שרײַבן.

דער קורס ווערט פּרעזענטירט סײַ פֿאַר ענגליש־רעדערס און סײַ פֿאַר העברעיִש־רעדערס.

 

ייִדיש 2

דער קורס, אויסגערעכנט פֿאַר סטודענטן וואָס האָבן שוין דערגרייכט אַן עלעמענטאַרע מדרגה, באַשטייט פֿון צוויי חלקים: איין חלק גיט זיך אָפּ מיט אַנטוויקלען די נייטיקע אויסדרוק־מיטלען בכּתבֿ און בעל־פּה; דער צווייטער – מיט לייענען און אַרומרעדן ליטעראַרישע טעקסטן.

ייִדיש 3

דער קורס, אויסגערעכנט פֿאַר סטודענטן וועמענס ייִדיש־קענטענישן שפּאַנען שוין אַריבער די עלעמענטאַרע מדרגה, באַשטייט אויך פֿון צוויי חלקים: איינער גיט זיך אָפּ מיט אַנטוויקלען די נייטיקע אויסדרוק־מיטלען בכּתבֿ און בעל־פּה; דער צווייטער – מיט לייענען און אַרומרעדן ליטעראַרישע טעקסטן.

ייִדיש 4

דער קורס, אויסגערעכנט פֿאַר סטודענטן וואָס דריקן זיך שוין אויס כּמעט פֿרײַ אויף ייִדיש, נעמט אַרײַן אַ וואָגיקן ליטעראַרישן טייל, און שטעלט זיך פֿאַר אַ ציל אויסצוברייטערן דעם סטודענטס שרײַב־פֿעיִקייטן און צו פֿאַרטיפֿערן דאָס פֿאַרשטיין בײַם לייענען.

ייִדיש 5

דער קורס פֿאַר ווײַטהאַלטערס איז פֿאַרטראַכט סײַ צו פֿאַרבעסערן דעם סטודענטס אויסדרוק־פֿעיִקייטן, מיט אַ באַזונדערן טראָפּ אויף אַן אידיאָמאַטישן שפּראַכבאַניץ, און סײַ צו אַנאַליזירן מוסטערן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

רעפֿעראַטן

עס ווערט פֿאָרגעלייגט אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ענגליש "מײַלשטיינער אין דער ייִדישער ליטעראַטור". יעדער סטודענט מעג בײַזײַן אויף די רעפֿעראַטן. דאָס קען פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר נאָך איין אַקאַדעמישן פּונקט (בתּנאַי דער סטודענט זאָל צושטעלן אַ פּאַסיקע געשריבענע אַרבעט).

אַקאַדעמישע און קולטורעלע נאָכמיטאָג־פּראָגראַם

עס וועלן פֿאָרקומען אין די נאָכמיטאָגן וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און אַקטיוויטעטן אויפֿן קאַמפּוס פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די אַקטיוויטעטן וועלן אַרײַננעמען שמועס־קלאַסן, אַ געזאַנג־וואַרשטאַט און קאָנצערטן. עס וועט אויך זײַן אַ געלעגנהייט צו שפּילן קלעזמער־מוזיק. עס וועט זײַן באַזונדערש אָנגעלייגט אויב סטודענטן מוזיקער וועלן מיטברענגען מיט זיך זייערע אינסטרומענטן.

 שפּאַצירן

TAU International אָרגאַניזירט צוויי סוף־וואָך־רײַזעס אין ירושלים, דעם נגבֿ און גליל. די ערשטע וועט פֿאָרקומען פֿאַרן אָנהייב פֿון אונדזער פּראָגראַם, צווישן 21סטן און 23סטן יוני. די צווייטע – צווישן דעם 13טן און 15טן יולי.

די אָנטייל־נעמער אין דער פּראָגראַם קענען געניסן פֿון סטודענטן־וווינונגען בײַם קאַמפּוס (בלויז צימערן פֿאַר צוויי מיטוווינערס).

אוניווערסיטעט־סטודענטן קענען אַפּליקירן אויף סטיפּענדיעס.

די פּראָגראַם קאָסט:

 1,450 $ – שׂכר־לימוד

 60 $ - אײַנשרײַבונג

 800 $ - דירה־געלט (טאָפּל־צימערן)

 

 

אַקאַדעמישע אָנפֿירערשאַפֿט:

פּראָפֿעסאָר חנה ווירט־נשר

דירעקטאָרין פֿונעם אינסטיטוט א"נ משפּחה גאָלדרײַך פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

שמואל ל. און פּערי האַבער־קאַטעדרע פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער איבערלעבונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן

פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישע און אַמעריקאַנער לימודים, תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

 

פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן

דירעקטאָר פֿון בית שלום־עליכם

פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים

 

זיך צו פֿאַרשרײַבן:

www.international.tau.ac.il

מע קען זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 15טן אַפּריל 2012.

נאָך ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציעס זיך ווענדן צו:

די נעמי פּראַווער קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

Rosenberg Building, Suite 101d

Tel Aviv University

Ramat Aviv

Tel Aviv 69978

טעלעפֿאָן: +972-3-6407805

פֿאַקס: +972-3-6407732

naomiyiddish@post.tau.ac.il

www.naomiyiddish.tau.ac.il